גרויסע שמחה ביי אנשי שלומינו: סיום מסכת בכורות און התחלת מסכת ערכין

פון: גרשון קרעמער
נאך צוויי חדשים פון הארעווען און לערנען פלייסיג יעדן טאג דעם "בלאט גמרא", האבן אנשי שלומינו זוכה געווען פארגאנגענע וואך מיטוואך מסיים צו זיין דעם לעצטן בלאט פון מסכת בכורות, און גלייך דאנערשטאג אינדערפרי האט מען מיט פרישע כוחות אנגעהויבן די נייע מסכת ערכין. דאס איז געווען אן אמת'ע שמחה ביי יעדן איינעם אינעם שטוב וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן און לערנט יעדן טאג דעם בלאט גמרא. יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט עס געפראוועט אינערהייט מיט די בני בית און די קינדער מיט א שיינעם סיום, און יעדער האט געדאנקט און געלויבט דעם אויבערשטן אויף נאך א גאנצע מסכתא וואס מ'האט אריינגעפאקט אין זאק, אריינברענגענדיג אין שטוב א זיסע ליבשאפט צו די הייליגע תורה.
ווען מ'קוקט א ביסל צוריק, זעט מען דעם שיינעם וועג וואס מיר האבן אינאיינעם דורכגעמאכט מיט מסכת בכורות. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט צוויי חדשים צוריק ערב יום כיפור; מ'איז אינאיינעם דורכגעשווימען די הייליגע און פארנומענע טעג פון יום הקדוש, סוכות און שמחת תורה, און דערנאך זענען מיר אריינגעפארן אינעם חודש חשוון, אריינטרעטנדיג אינעם לאנגן ווינטער מיט א בלאט גמרא. עס זענען דורכגעגאנגען זעכציג טעג איינס נאכן אנדערן – טייל טעג זענען געווען גרינגער, און טייל טעג זענען מיר געווען מער פארנומען און אויסגעמוטשעט, אבער דאס בלאט גמרא האט אונז יעדן טאג געהאלטן פעסט צוגעבונדן צום אויבערשטן.
די "ש"ס-באן" קומט יעצט אן צו א פרישע און גאר געשמאקע סטאנציע: מסכת ערכין. דאס איז א קורצע מסכתא פון דריי און דרייסיג בלאט וואס וועט אונז באגלייטן דעם קומענדיגן חודש, אריינגערעכנט די ליכטיגע טעג פון חנוכה. אין די מסכתא זעט מען ווי חשוב יעדער איד איז ביים אייבערשטן, און אז אפילו אן ארעמאן וואס האט נישט קיין געלט איז פונקט אזויפיל ווערט ווי דער גרעסטער עושר.
כאטש דער ס"מ קומט כסדר צום מענטש און פיטערט אים מיט תירוצים יעדן טאג: "איך האב נישט קיין קאפ", "איך פארשטיי נישט דאס לערנען", "איך וועל סייווי נישט אויסוואקסן קיין רב אדער א דיין" – אויף דעם גייט נישט דורך קיין איין שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואו ער זאל נישט דערמאנען דעם רבינ'ס זיסע מתנה וואס שטייט אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו): "אין צריכין בלימוד רק האמירה בלבד" – מען דארף בלויז זאגן די ווערטער בתמימות ובפשיטות. ווען דו זאגסט א בלאט גמרא יעדן טאג ווערסטו דערמיט צוגעבונדן צום אייבערשטן, און נאר דאס וועט דיר געבן דעם ריכטיגן סיפוק און כח אנצוגיין מיט אלע נסיונות.
און ווער עס האט זיך נאכנישט מיטגעכאפט ביז יעצט, האט יעצט א גאלדענע געלעגנהייט. מען האלט נאך גאנץ ביים אנהייב – היינט זונטאג האלט מען ביי ערכין דף ה' – און אפילו אויב דו ליינסט דעם ארטיקל עטליכע טעג שפעטער, ווארט נישט ביזן קומענדיגן סיום אדער ביזן קומענדיגן מחזור, ווייל "מארגן" איז דאך די באקאנטע עצה פונעם יצר הרע. עפן היינט אויף די גמרא, זאג דעם היינטיגן דף, און אין ווייניגער ווי א חודש ארום – גלייך נאך חנוכה – וועסטו שוין קענען אויסשפרייטן א ווייסע טישטוך אינדערהיים און זאגן פאר די קינדער מיט שמחה: "טאטי מאכט היינט א סיום!"
אשרינו מה טוב חלקינו!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.
צוריק
דער באדייט פון פארשידענע באקאנטע ראשי תיבות