בריוון פונעם ראש ישיבה שליט״א:

#8688זיך פארנעמען צו בענטשן מיט א בענטשערי"א אלול תשפ"ו
#8687וואס מיינסטו, מען קען דען אנטלויפן?ו' אלול תשפ"ו
#8686הויזן איז א פריצות פאר א פרוי, נישט קיין חילוק וועןו' אלול תשפ"ו
#8685פיר זיך ריכטיג און ערליך, וועסטו האבן א גוטע שידוךו' אלול תשפ"ו
#8684ווארט נישט אויף מארגן, לערן היינט אביסל תורהו' אלול תשפ"ו
#8683וואס מיינט א חדר?ו' אלול תשפ"ו
#8682העלפן דרוקן די ספרים, די גרעסטע זכות פאר'ן יום הדיןו' אלול תשפ"ו
#8681די ערשטע זאך, נישט רעדן פון אנדערעה' אלול תשפ"ו
#8680האב איך אמונה?ה' אלול תשפ"ו
#8679ראש חודש אלול, עס כאפט א ציטערה' אלול תשפ"ו
#8678די לעצטע הכנות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנהד' אלול תשפ"ו
#8677מ'רעדט אויף יענעם, און מ'פסק'נט אויף זיך אלייןד' אלול תשפ"ו
#8676זי איז יא א גוטע מאמעד' אלול תשפ"ו
#8675די פיש אין וואסער ציטערןד' אלול תשפ"ו
#8674צוויי גוטע קבלות צום נייעם יארד' אלול תשפ"ו
#8673זיך אויסלערנען די שפראך צווישן מאן און ווייבד' אלול תשפ"ו
#8672הכנסת ספר תורה אום שבת קודשד' אלול תשפ"ו
#8671מען קען זיין א תלמיד הישיבה פון דערווייטנסג' אלול תשפ"ו
#8670געבן שיעורים און מחזק זיין פרויעןג' אלול תשפ"ו
#8669גיי נאך געלט צו באצאלן רענט און שכר לימודג' אלול תשפ"ו
...
ברסלב סענטער

דער ברעסלעווער צענטער איז א רוחניות-צענטער געווידמעט צו פארטיפן זיך אין חסידישע לימודים און ידישע חכמה. מיר ביטן א ברייטע אויסוואל פאראמאסן, אריינגערעכנט שיעורים אין תורה, טעגלעכע תפילה-מנינים, אויפלעפנדיקע נייעס און אינספיראציע, און רייכע מולטימעדיע רעסורסן — פון ארטיקלען און אודיא-לעקציעס ביז בילדער און מוזיק.

אידיש
English
לשון הקודש
© תשפ"ז ברסלב סענטער. כל הזכויות שמורות.
מסנני תגים
שעיר
ברסלב סענטער

מיט דיין צדקה צום 'רענט קאמפיין', האסטו א חלק אין אזויפיל זכותים

זונטאג, י"ב כסלו תשפ"ז

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן

... נרו יאיר

איך זע אז דו געבסט גרויסע צדקות, גרויסע סכומים פאר די "רענט קאמפיין" וואס צאלן די רענט פון די ישיבה און פאר נאך שולן; איך וויל דו זאלסט וויסן אז מיטן העלפן צאלן די רענט אין ישיבה – האסטו א חלק פון די תורה ותפילה וואס די בחורים לערנען און דאווענען, און אויך פון אלע שיעורים וואס ווערט געגעבן אין ישיבה, ווי די גאנצע וועלט שעפט חיות פון דעם ביודעים ובלא יודעים; די דרשות, די חיזוק יומי, וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' טאג טעגליך, און פון אלעס וואס מענטשן זענען זיך מחי' פון דעם פלאץ.

איך בין געווען פאריגע וואך מיטוואך אין שטעטל ביי דיין זון ...'ס כיתה, דיין זון זעט אויס זייער צופרידן פון זיין מלמד, ער איז ליכטיג און צופרידן.

גיי יעדן טאג א שפאציר, גיי אין שול צופיס (ווילאנג עס איז נאכנישט צו קאלט), און דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר.