#9198
מאנטאג, י"ג כסלו תשפ"ז
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
שפילט מיט אייער זון דעם 'אינדיק שפיל', דאס הייסט ווען ער רעדט פון זיין מער ארויס פון די פארמאכטקייט - זאלט איר מיט שפילן מיט אים, און ווען ער רעדט פון זיין א גרויסער עושר - זאלט איר מיט שמייכלען מיט אים, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט מיט די מעשה פונעם 'אינדיק שפיל', אז אמאל האט ביים קעניג עפעס פאסירט, דאס קינד האט זיך געזעצט אונטערן טיש און געזאגט אז ער איז מער נישט קיין 'בן מלך', ער איז אן 'אינדיק', דער קעניג האט פרובירט מיט אלע חכמים ווער עס קען אים העלפן; מען האט גע'טענה'ט מיט אים, מען האט פרובירט אים אויפצואווייזן אז ער איז יא א 'בן מלך', און ער איז געבליבן ביי זיינס: "איך בין אן 'אינדיק', איך בין נישט קיין 'בן מלך'".
ביז עס איז געקומען א חכם וואס האט געזאגט אז ער וועט אים אויסהיילן, דער חכם האט זיך געשפילט מיט דעם בן מלך, דער חכם האט זיך אויסגעטון זיינע קליידער און איז אריין מיטן בן מלך אונטערן טיש און ער האט מיט אים געשפילט דעם 'אינדיק שפיל', ער האט געזאגט פאר דעם 'בן מלך': "איך בין אויך אן 'אינדיק'", ער האט זיך מיט אים באפריינדעט און ער האט געוואונען זיין הארץ, ביז דער 'בן מלך' איז געווארן צוגעקלעבט צו דעם חכם.
איין טאג זאגט דער חכם פאר די משרתים: "ברענגט מיר קליידער", דער חכם האט זיך אנגעטון א העמד מיט א הויזן, און ווען דער 'בן מלך' האט געפרעגט דעם חכם: "וואס איז דאס?" האט דער חכם אים ערקלערט: "מען קען אויך זיין אן 'אינדיק' מיט קליידער", און דאס איז דעם 'בן מלך' געפאלן.
איין טאג בעט דער חכם די משרתים: "גרייט אן א סעודה", דער חכם זעצט זיך צום טיש און וואשט זיך צום סעודה, דער 'בן מלך' פרעגט דעם 'חכם': "וואס איז דאס?" זאגט דער חכם: "מען קען אויך עסן א פיינע סעודה און בלייבן אן אינדיק"; אזוי האט ער אים צוריקגעברענגט און אים אינגאנצן אויסגעהיילט.
אזוי זאלט איר טון מיט אייער זון, שפילט דעם 'אינדיק שפיל'; ווען ער רעדט זיינע זאכן וואס ער הערט פון חברים - זאלט איר מיט שמייכלען און אים אויסהערן, אים געבן דאס געפיל ווי ער איז א קלוגער און א בריה (חברה-מאן), ביז ער וועט ווערן אינגאנצן אויסגעהיילט; ווייל די עלטערן וואס שפילן דעם 'אינדיק שפיל' די האבן ביים סוף נחת, און די וואס טענה'ן און טענה'ן - טוען גארנישט אויף.
אויך זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק, דאס וועט ברענגען גרויסע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.