בריוון פונעם ראש ישיבה שליט״א:

#9198שפילן מיט די קינדער דעם 'אינדיק שפיל'י"ג כסלו תשפ"ז
#9197גיין צו שאבאטאנס?י"ג כסלו תשפ"ז
#9196קורצע פרייטאגס, סעודות שבת, רואיג און פרייליךי"ג כסלו תשפ"ז
#9195דער לייטער צום הימלי"ג כסלו תשפ"ז
#8778נעם נישט קיין טעלעפאן און טעבלעט, זאל זיך יענער שעמעןי"ג כסלו תשפ"ז
#9194עס איז מיר זייער חשוב די וואס העלפן די כוללי"ב כסלו תשפ"ז
#9193א לייטער צום הימלי"ב כסלו תשפ"ז
#9192מיר ווארטן אויף נאך א מעשה'לעך אין ענגלישי"ב כסלו תשפ"ז
#9191שטארקט זיך מיטן העלפן דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספריםי"ב כסלו תשפ"ז
#9190מיט דיין צדקה צום 'רענט קאמפיין', האסטו א חלק אין אזויפיל זכותיםי"ב כסלו תשפ"ז
#9189אשה כשרה העושה רצון בעלה, מיינט נישט צו זיין די כפרה הינדלג' כסלו תשפ"ז
#9188אין די פראבלעמען, אויפזוכן די חסדים פונעם אייבערשטןג' כסלו תשפ"ז
#9187אכטונג געבן אויף זויבערקייט אין שול, און נישט מאכן א שלעכטע נאמעןג' כסלו תשפ"ז
#9186חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסןג' כסלו תשפ"ז
#9185נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ןג' כסלו תשפ"ז
#9184צאלן דירה געלט, נישט אהיימברענגען בחוריםג' כסלו תשפ"ז
#9183פופציגסטע געבורטסטאגג' כסלו תשפ"ז
#9182איך גיי זיך שוין אויפפירן איידלג' כסלו תשפ"ז
#9181מען דארף אפערירן, אבער תפלה טוישט די טבעג' כסלו תשפ"ז
#9180נישט כדאי צו קויפן מתנות פאר'ן חתןג' כסלו תשפ"ז
...
ברסלב סענטער

דער ברעסלעווער צענטער איז א רוחניות-צענטער געווידמעט צו פארטיפן זיך אין חסידישע לימודים און ידישע חכמה. מיר ביטן א ברייטע אויסוואל פאראמאסן, אריינגערעכנט שיעורים אין תורה, טעגלעכע תפילה-מנינים, אויפלעפנדיקע נייעס און אינספיראציע, און רייכע מולטימעדיע רעסורסן — פון ארטיקלען און אודיא-לעקציעס ביז בילדער און מוזיק.

אידיש
English
לשון הקודש
© תשפ"ז ברסלב סענטער. כל הזכויות שמורות.
מסנני תגים
שעיר
ברסלב סענטער

#9196

קורצע פרייטאגס, סעודות שבת, רואיג און פרייליך

מאנטאג, י"ג כסלו תשפ"ז

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר

מען האט שוין גערוקט די זייגער, דער זמן שבת איז זייער פרי, מען דארף שוין אנהייבן היינט דאנערשטאג מיט די הכנות לשבת.

זיי נישט פון די עצלנים וואס לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט, גרייט שוין אן היינט אלעס און זע אז מארגן ביי די קורצע ערב שבת זאל נישט ווערן קיין מחלוקת און קריגערייען אין שטוב חס ושלום חס ושלום, נישט קומען שרייען אויף די ווייב, אוי וויי אוי וויי אויב מען שרייט אין שטוב, וואס וועט זיין מיט די קינדער...

איך בעט דיר זייער, ביי די סעודות זאלסטו זיין נאר פרייליך, און אויך אז עס גייט נישט אויף די וועג ווי אזוי דו ווילסט - זאלסטו זיך האלטן רואיג און פרייליך. זאלסט קיינמאל נישט שרייען אין שטוב אויף די קינדער, און זיכער נישט אויף דיין ווייב, ווייל קינדער וואס זעען טאטע מאמע קריגן זיך, קינדער וואס הערן ווי דער טאטע שרייט אויף די מאמע - ווערט זייער נפש געשעדיגט, די קינדער וואקסן אויף בעלי מומין השם ישמרינו, און דאס וואס אזויפיל מענטשן מוטשען זיך מיט יסורי הנפש, א גרויס חלק קומט פון דעם וואס מען איז אויפגעוואקסן מיט שרעק; ווייל אז דער טאטע שרייט אויף די מאמע - קענען די קינדער נישט אויפוואקסן זיכער, זייער נפש איז דערשראקן און פארלוירן.

ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אז דיין ווייב טוט אנדערש ווי דו האסט געזאגט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט חס ושלום נישט אויפהייבן דיין קול אויף איר, און חס ושלום טשעפען, אדער זאגן שארפע ווערטער.

די הייליגע חכמים זאגן (שבת לד.), אויך ווען מען זאגט אין שטוב ערב שבת וויכטיגע הלכות וואס מען דארף טון – "צְרִיךְ לְמֵימְרִינֵהוּ בְּנִיחוּתָא", דארף מען דאס זאגן שיין, ווייך און איידל, "כִּי הֵיכִי דְּלִיקַבְּלִינְהוּ מִינֵּיהּ", אזוי וועט מען עס אננעמען; און אז מען שרייט, אדער חס ושלום מען ווארפט אן אימה יתירה - קומט ארויס נאר שלעכטס.

ביי די סעודה זאלסטו נישט שפעטן פון רבנים, אויך נישט פון רבנים פון אנדערע קהילות און אנדערע קרייזן. אז קינדער הערן ליצנות און ביטול אויף רבנים און דיינים - וועלן זיי חס ושלום אפלאזן די דרך התורה; קיינמאל זאלסטו נישט אוועק מאכן רבנים און דיינים, ווייל איינע פון די טריקס וואס די משכילים האבן געניצט אוועק צו נעמען אידישע קינדער פון די דרך התורה איז געווען דורך שפעטן פון רבנים און דיינים, און לאכן אויף צדיקים; וואס ווער עס לאכט און שפעט פון צדיקים האט באהאלטן אין זיין הארץ אן אנדערע כוונה, ער וויל שפעטן אויף די אמונה רחמנא לצלן, דאס איז די טייטש פונעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", באמת וואלטן זיי געוואלט רעדן אויף דער וואס איז אין הימל, נאר זיי דערוואגן זיך נישט צו רעדן אויפן אייבערשטן, זיי האבן מורא אז מען וועט זיי אוועק ווארפן, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף די צדיקים וואס געפינען זיך דא אויף דער ערד, מען לאכט פון רבנים און פון מנהיגי ישראל (שיחות הר"ן, סימן לח).

היינט נאכט ווען זיין די שיעור אין די בארא פארק שול, עס וועט זיין מיט א האלבע שעה שפעטער, ווייל עס איז דא א חתונה אין ישיבה.

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.