#8778
מאנטאג, י"ג כסלו תשפ"ז
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט בלייבן שטארק מיט דיין גוטע קבלה פון נישט האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען נישט גוטע זאכן, זיי שטארק מיט דעם און זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אויך זיין שטארק מיט די גוטע זאך, און אפילו עס איז שווער ווען מען זעט זיך כמעט אליין, מען זעט ווי די משפחה, די ברידער, די שוואגערס, אלע האבן א טעלעפאן, א טעבלעט, אלע קוקן נייעס, אלע קוקן סטעטוס, מען זעט זיך אליין, דאך זאלסטו בלייבן שטארק מיט די גוטע קבלה.
היינט איז דער נסיון און סכנה צו הערן די דרשות של דופי, אינטערוויוס, פאטקעסט וכדומה, מען קען חס ושלום פארלירן די אמונה, מען פארלירט די תמימות, וואס דאס איז דער עיקר פאר עבודת השם. מען ווערט אנגעפילט מיט ליצנות, אלעס ווערט א ווערטל. די הייליגע חכמים זאגן (עדיות ה, ו) ענדערש אויסזען ווי א נאַר, ווי צו זיין א לץ, שפעטן פון צדיקים.
דו שעם זיך נישט פון קיינעם, דו בלייב שטארק, ביז דיינע חברים וועלן זיך פון דיר שעמען, דיינע חברים וועלן פון דיר באקומען א התעוררות לתשובה נישט צו האבן א טעלעפאן, טעבלעט, וואס מען קען זען ליצנות וכדומה; הלואי זאלן אלע ביי אונז, אלע מיינע תלמידים זיך שעמען ארויסצונעמען א טעלעפאן, א טעבלעט, וואס מען קען זען ליצנות, און תשובה טון; אנהייבן לעבן מיט אמונת חכמים.
זאג אין שטוב פאר דיין ווייב אז מארגן מאכסטו א סיום אויף מסכת בכורות, די קינדער וועלן זיצן ביים טיש, די מאמע וועט לייגן עפעס גוטע נאש לכבוד דער סיום וואס טאטי מאכט; אזוי וועט זיי ווערן איינגעבאקן אין די הערצער אז א איד לערנט תורה.
מיר האבן שוין גוטע נייעס וועגן דעם סיום הש"ס וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען מאנטאג נאכט, די וואך פון יום טוב שבועות, וואס מיר וועלן פייערן אינאיינעם די גאנצע קהילה.
איך דארף מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.