בריוון פונעם ראש ישיבה שליט״א:

#9198שפילן מיט די קינדער דעם 'אינדיק שפיל'י"ג כסלו תשפ"ז
#9197גיין צו שאבאטאנס?י"ג כסלו תשפ"ז
#9196קורצע פרייטאגס, סעודות שבת, רואיג און פרייליךי"ג כסלו תשפ"ז
#9195דער לייטער צום הימלי"ג כסלו תשפ"ז
#8778נעם נישט קיין טעלעפאן און טעבלעט, זאל זיך יענער שעמעןי"ג כסלו תשפ"ז
#9194עס איז מיר זייער חשוב די וואס העלפן די כוללי"ב כסלו תשפ"ז
#9193א לייטער צום הימלי"ב כסלו תשפ"ז
#9192מיר ווארטן אויף נאך א מעשה'לעך אין ענגלישי"ב כסלו תשפ"ז
#9191שטארקט זיך מיטן העלפן דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספריםי"ב כסלו תשפ"ז
#9190מיט דיין צדקה צום 'רענט קאמפיין', האסטו א חלק אין אזויפיל זכותיםי"ב כסלו תשפ"ז
#9189אשה כשרה העושה רצון בעלה, מיינט נישט צו זיין די כפרה הינדלג' כסלו תשפ"ז
#9188אין די פראבלעמען, אויפזוכן די חסדים פונעם אייבערשטןג' כסלו תשפ"ז
#9187אכטונג געבן אויף זויבערקייט אין שול, און נישט מאכן א שלעכטע נאמעןג' כסלו תשפ"ז
#9186חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסןג' כסלו תשפ"ז
#9185נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ןג' כסלו תשפ"ז
#9184צאלן דירה געלט, נישט אהיימברענגען בחוריםג' כסלו תשפ"ז
#9183פופציגסטע געבורטסטאגג' כסלו תשפ"ז
#9182איך גיי זיך שוין אויפפירן איידלג' כסלו תשפ"ז
#9181מען דארף אפערירן, אבער תפלה טוישט די טבעג' כסלו תשפ"ז
#9180נישט כדאי צו קויפן מתנות פאר'ן חתןג' כסלו תשפ"ז
...
ברסלב סענטער

דער ברעסלעווער צענטער איז א רוחניות-צענטער געווידמעט צו פארטיפן זיך אין חסידישע לימודים און ידישע חכמה. מיר ביטן א ברייטע אויסוואל פאראמאסן, אריינגערעכנט שיעורים אין תורה, טעגלעכע תפילה-מנינים, אויפלעפנדיקע נייעס און אינספיראציע, און רייכע מולטימעדיע רעסורסן — פון ארטיקלען און אודיא-לעקציעס ביז בילדער און מוזיק.

אידיש
English
לשון הקודש
© תשפ"ז ברסלב סענטער. כל הזכויות שמורות.
מסנני תגים
שעיר
ברסלב סענטער

#9195

דער לייטער צום הימל

מאנטאג, י"ג כסלו תשפ"ז

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר

די וואך האבן מיר אין די פרשה ווי יעקב אבינו חלומ'ט זיך ווי ער זעט א לייטער און די מלאכים – "עולים ויורדים בו" גייען ארויף און אראפ; דאס איז ממש די מעשה וואס רבי נתן האט זיך גע'חלומ'ט איידער ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ווען ער איז נאך געווען א תלמיד ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, און אמאל אין א מוצאי שבת איז ער געווען מיט די תלמידים פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, און זיי האבן געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל פאר סעודת מלוה מלכה, רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל און ער איז געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה.

אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענצטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפן, און ער האט געהאט א חלום ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלונג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות", און שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער געזען אז ער איז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע דיר און האלט זיך".

דאס איז דער חלום: "מלאכי אלקים עולים ויורדים בו", מען הייבט זיך אויף און מען פאלט, און מען הייבט זיך נאכאמאל אויף און מען פאלט; דארף מען נאר זיין שטארק און וויסן אז: "והנה ה' נצב עליו", דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיטן מענטש און מען זאל עפענען דאס מויל רעדן צו אים.

איך בין נעכטן געווען א גאנצן טאג פון צען אינדערפרי ביז אכטע ביינאכט מיט די תומכי הכולל, די וואס העלפן מיר אויסהאלטן דעם כולל; עס איז געווען א הערליכער טאג, א פארגעניגן. פארמיטאג זענען אויך געווען די כולל אינגעלייט מיט דעם דיין שליט"א, מען האט געלערנט אינאיינעם הלכה, הלכות שכירות וקבלנות פון הלכות שבת, דער דיין האט געגעבן אן אריינפיר שיעור, און אויך נאכן ענדיגן לערנען האט מען ארויסגענומען אויף הלכה למעשה, עס איז געווען א הערליכער טאג.

איך בין זייער דאנקבאר די תומכי הכולל וואס העלפן מיר דעקן דעם כולל וואס איז מיר זייער באליבט, דער כולל איז מיר זייער חשוב.

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.