#2464וואס טוט מען לכבוד די יארטאג פון די חתונה?י' כסלו תשפ"ז
#2463די וועלט גייט אונטער?י' כסלו תשפ"ז
#2462'בי"ת נצחי' איז אויך מסוגל פאר שלום בית?ז' כסלו תשפ"ז
#2461ווי אזוי דערהאלט מען זיך אין שווערע טעג?ו' כסלו תשפ"ז
#2460ווי אזוי זיך פירן ביים מאכן פיאות פאר'ן קינדער?ג' כסלו תשפ"ז
#2459קומען צו פארן אויף שבת חנוכה?ב' כסלו תשפ"ז
#2458וואקסינירין די קינדער?כ"ט חשון תשפ"ז
#2457וויפיל גייט מען עסן שבת סעודות ביי עלטערן?כ"ח חשון תשפ"ז
#2456ווארטן א טאג פאר'ן באשטראפן א קינד?כ"ח חשון תשפ"ז
#2455אזוי שטארק זיך רעכענען מיט די ווייב?כ"ח חשון תשפ"ז
#2454אלטע זאכן מאכן מיר אנגעצויגן און נערוועז?כ"ו חשון תשפ"ז
#2453וואס זאלן מיר מתקן צו זיין, צו האבן קינדער?כ"ה חשון תשפ"ז
#2452בארגן געלט צו העלפן דעם שווער?כ"ד חשון תשפ"ז
#2451ווי אזוי מאכט מען די ווייב אפשערן די האר?כ"ב חשון תשפ"ז
#2450פארוואס שרייט מיין מאמע אויף מיר?כ"ב חשון תשפ"ז
#2449פארוואס לעב איך?י"ד חשון תשפ"ז
#2448רעדן צום אייבערשטן פאר'ן שלאפן?י"ד חשון תשפ"ז
#2447וואס טוט מען מיט'ן קינד וואס קלאצט א גאנצן טאג?י"ב חשון תשפ"ז
#2446קושן דעם שווער'ס האנט?י' חשון תשפ"ז
#2445פארוואס קען איך נישט איינהאלטן מיינע גוטע קבלות?ח' חשון תשפ"ז
...
ברסלב סענטער

דער ברעסלעווער צענטער איז א רוחניות-צענטער געווידמעט צו פארטיפן זיך אין חסידישע לימודים און ידישע חכמה. מיר ביטן א ברייטע אויסוואל פאראמאסן, אריינגערעכנט שיעורים אין תורה, טעגלעכע תפילה-מנינים, אויפלעפנדיקע נייעס און אינספיראציע, און רייכע מולטימעדיע רעסורסן — פון ארטיקלען און אודיא-לעקציעס ביז בילדער און מוזיק.

אידיש
English
לשון הקודש
© תשפ"ז ברסלב סענטער. כל הזכויות שמורות.
מסנני תגים
שעיר
ברסלב סענטער

#2462

'בי"ת נצחי' איז אויך מסוגל פאר שלום בית?

דינסטאג, ז' כסלו תשפ"ז

די שאלה

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,

איך האב געהערט אז דאס לערנען 'בי"ת נצחי', יעדן טאג א בלאט גמרא פון בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, איז א סגולה צו באקומען אן אייגענע הויז; מיין שאלה איז אויב דאס איז אויך מסוגל פאר שלום בית, צו האבן אן אמת'ע הויז?

יישר כח

דער ענטפער פון ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך

יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן

 

... נרו יאיר

איך האב ערהאלטן דיין בריוו.

מוהרא"ש האט אונז זייער מחזק געווען אז מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא פון תלמוד בבלי, און א בלאט גמרא פון תלמוד ירושלמי מיט א פרק תוספתא, מוהרא"ש זאגט אז די דריי לימודים ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא איז די ראשי תיבות ב'י'ת', אז מען לערנט די דריי לימודים - בויט מען זיך א בית נצחי, אן אייביגע הויז, א הויז פאר די נשמה אין גן עדן.

מען זעט אז מענטשן לייגן אריין זייער גאנצע קאפ און מח צו האבן א אייגענע הויז, מען פארגעסט אז דאס איז נאר פאר אפאר יאר, ווייל אלע וועלן דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, מען בלייבט נישט דא; דארף מען אויך זארגן פאר אן אייביגע הויז, פאר א 'בית נצחי', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג), אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען. נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען ברענגט אונז קליידער, מיר דארפן זיך צודעקן, מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים, און דער רבי פירט אויס: "וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים"; דאס וועט אים בלייבן דאס וועט ער מיט נעמען.

די בעסטע סגולה פאר שלום בית איז סובל זיין און מוותר זיין און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, אזוי איז מען זוכה צו אן אמת'ע שלום בית, נישטא קיין סגולות ביי דעם, די בעסטע סגולה איז ביטול צום אייבערשטן, אזוי ווי עס איז געווען ווען מוהרא"ש איז געקומען אין ישיבה און געזאגט פאר די בחורים די סגולה פון מסכת תענית, אז אלע בחורים וואס וועלן לערנען פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה פערציג טעג יעדן טאג גאנץ מסכת תענית - וועלן טרעפן זייער שידוך, און איינער פון די צוהערער, א אינגערמאן וואס האט געזוכט עצות בעסער צו מאכן זיין שלום בית איז צוגעגאנגען פרעגן מוהרא"ש אויב ער וועט לערנען פערציג מאל מסכת תענית איז דאס אויך א סגולה פאר אים פאר א בעסערע שלום בית, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "פאר א גוטע שלום בית איז דא איין סגולה, זיין א וותרן אין שטוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.